מיטוואך פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר ישעי' יודא בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יחזקאל יודא גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט זיין טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב. און דאן איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין דו ישיבות סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יעקב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה גאנץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי הישיבות קטנות פון קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדותינו הק'.
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - סוגיות.
רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין כהן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' טוביה שטערן שליט"א - גאב"ד מירון,
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע תיקונים וואס מען מאכט צו מוסיף זיין בקדושת המקום באתרא קדישא מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט שטארקע געגועין פונעם גרויסן שבת אין מירון - שבת פקודי תשע"ו, און די גרויסע השתוקקות צום בעפארשטייענדן גרויסן שבת קודש פ' תולדות הבעל"ט וואס רבינו שליט"א וועט פראווענען באתרא קדישא אין מירון סמוך ונראה צום ציון המציינת פונעם תנא אלוקי רשב"י.
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו מ'זאל קענען ממשיך זיין און שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
English translation coming soon
