דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזישיקוב גאס בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ווייזער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה אינעם ביהמ"ד שע"י בית השחיטה פאר די שוחטים ובודקים והעוסקים במלאכת הקודש, ווי דער רבי האט זיי געזאגט דברי חיזוק והדרכה. אהנגהויבן מיט דברי שבח אויפ'ן בית השחיטה וועלכע האט זיך געעפנט מיטן ציהל צו קענען אהערשטעלן כשר פלייש אויפן העכסטן סטאנדארט פאר אידן מדקדקים בכשרות איבעראל, און תלי"ת האט עס מצליח געווען און האלט שוין אן פאר קרוב צו 25 יאר כולן שוין לטובה צושטעלנדיג פלייש מיט אלע חומרות והידורים, וואס רוב דערפון איז ב"ה במשך השנים געווארן א סטאנדארט אויך אין אנדערע מקומות השחיטה. דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שוחטים ובודקים האבן דאס אהערצושטעלן, און די שטארקע אחריות וואס יעדע שוחט ובודק דארף האבן אין אלע תחומי החיים, מקפיד צו זיין אפי' אויף חומרות אין זייער טאג טעגליכן לעבן. דער רבי האט ארויסגעברענגט די נאכאנאנדע וואוקס פונעם בית השחיטה, און ווי עס פארברייטערט זיך שטארק אין די לעצטערע יארן אויף א פארנעם וואס מהאט זיך קיינמאל נישט געגלייבט, דעריבער האט דער רבי מחליט געווען ממנה צו זיין די "רבני ועד הכשרות דקרית יואל" ארויסהעלפן לימין קדשו, ואלה מוסף על הראשונים, ארויס צו העלפן אנצוהאלטן דעם כשרות סטאנדארט ביתר שאת וביתר עוז. און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו אז מ'זאל ווייטער קענען מרבה זיין כשרות ביי אידידע קינדער און א ברכת הקודש פערזענדליך פאר די שוחטים און בודקים און פאר די הנהלת בית השחיטה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבוד נשואי נכדו למז"ט, החתן בן לבנו הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און עקסטער פארן זיידן הרה"ח ר' יושע הי"ו לרפו"ש וגמורה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אום 7.15 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
