בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' תמוז תשפ"ה7/4/2025

באריכט
דאנארשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אלי' בר"ד ביקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב בשכונת עצי חיים לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב הביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלום זושא קעסלער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
- מוהל איז געווען דער אבי הבן שליט"א.
- רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א.
ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאך הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי ארויף אויפן אויבערשטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די סעודת הברית, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן בד"ת דער בעל שמחה אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און די זיידעס הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל און אין קר"י המורחבת, און געזאגט אז מען בויעט דא דערנעבן דירות, נאך אידישע דירות, נאך דירות ווי מען וועט דינען השי"ת און טוהן דעם רצון הבורא, און דער רבי האט קורא שם געווען פאר די קארלסבורג גאס ווי דאס ביהמ"ד און די ישיבה געפינען זיך אינאיינעם מיט די דערנעבנדיגע דירות פריאעקטן ע"ש זקינו הגה"ק זיע"א מיטן נאמען "שכונת עצי חיים".
אזוי אויך איז דא א נייע שכונה וואס ווערט געבויעט דורך ר' יוזפא לאנדא הי"ו וואס געפינט זיך אויפן רוט 208 ממש ביים גרעניץ פון שטאט קר"י, 'כל המחובר לטהור טהור' און דער רבי האט דערויף קורא שם געווען מיטן נאמען "שכונת אור החיים" נאכן הייליגן אור החיים זיע"א וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגע וואך ט"ו תמוז, און דער רבי האט פארענדיגט מיט ברכות קדשו מען זאל ווייטער קענען מרבה זיין די שטאט קרית יואל בכמות ובאיכות וואס רביה"ק דער מייסד העיר האט שוין מקדש ומטהר געווען עד ביאת הגואל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די רמ"י הישיבה און די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א גאנדעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון מעזעי הי"ו און הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יעקב קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 2:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל קר"י, און הר"ר מאיר יוסף בר"א גראס שליט"א - מנהל מחנה בית רחל, ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס איז אריבער די ערשטע וואך אין קעמפ, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו און הרה"ח ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

אין די שפעטע נאכט שעות זענען אריין בקו"פ הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות קר"י אינאיינעם מיט עטליכע חברי הוועד אויף אן אסיפה ווי מהאט אויסגעשמועסט עטליכע ענינים העומדים על הפרק בעניני כשרות, אויף וואס דער רבי האט זיי געגעבן הוראות קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו"פ די חברי וועד הרחבת גבולי העיר און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק אין די נייע שכונות אין קרית יואל, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 623