מיטוואך פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חזקי' פייבל שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער אויף א קורצע באזוך אינעם נייעם בנין פון די מקוה טהרה וואס מען האט באנייט אין די פארגאנגענע וואכן, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי''ו, מגדולי נדבני המקוה.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע שטאקן און אפטיילונגען פונעם בנין און צוגעוויזן פאר ר' יואל הי"ו די פילע חומרות והידורים, און דעם סאפיסטיקירטן סיסטעם וויזוי ס'ווערט אפערירט.
דער רבי האט אנגעווינטשן ברכת קדשו פאר ר' יואל הי"ו און פאר די הנהלת המקוה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, און הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון בלום הי"ו און הרה"ח ר' משה קרויס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מיכל שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת סיום הש"ס דורך הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א - מנהל קביעות עתים לתורה אין קרית יואל.
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט טרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר יואל שליט"א ובני משפחתו שיחי'.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה באסול הי"ו און הרה"ח ר' אברהם גברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
נאך מעריב איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק הברוך טעם זיע"א וואס די יארצייט איז היינט ז' תמוז, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, פאר די זיידעס גיסו הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות, כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
