בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגד' תמוז תשפ"ה6/30/2025

באריכט
מאנטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון איידליס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים תאומים בני ר' משה זאב פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מרדכי יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' בערל גרינהויט הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יושע בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים בער מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסקולען שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זקינו הרה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל אב"ד טעטש, און איבער די יארן וואס הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א איז געווען רב אין שטאט טעטש, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן טיר.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 544