בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ט סיון תשפ"ה6/15/2025

באריכט
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אלימלך לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יודא יואל לעווינגער הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר שלמה אהרן סופר הי"ו.
- ב"ר יונה יחזקאל לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו - היסטארישער מעמד האדיר סיום הש''ס בחבורת תורתך שעשועי

ארום 1:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צום גיגאנטישער RCC קאמפלעקס אין מאנסי צום היסטארישן 'שמחת סיום והתחלת הש"ס'.

אינטערוועגנס האט זיך דער רבי פארבינדן טעלעפאניש מיט די מנהלי מוסדותינו הק' בארה"ק לאור המצב החמור ה"י, צו הערן וויזוי די טעג גייען אדורך בקרב המוסדות, און געוואונטשן יעדער זאל ניצול ווערן פון אלעס בייזן ס'זאל ח"ו פאר קיינעם נישט שאטן.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און איז תיכף אריין צום 'מעמד לימוד כל הש"ס' ווי דער גאנצער עולם האט אינאיינעם אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן מיט א שטארקע קורת רוח, און דערנאך זיך אראפגעזעצט אויפן ספעציעל דעזיגנירטער פלאטפארמע ביים אויבנאן ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימוד התורה בעיון רב אינאיינעם מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א ביז ארום 4:00 אזייגער.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ברוב עם, פאר מנחה האט מען בפקודת הקודש געזאגט אינאיינעם פרקי תהילים לאור המצב בארה"ק, ווי הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט פארגעזאגט קאפיטל כ' און קאפיטל ק"ל פסוק בפסוק, דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א. נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי אינעם זאל.

ארום 7:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה גדולה לכבודה של תורה לכבוד סיום הש"ס, און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, צווישן אנדערע הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אדמו"ר משבט הלוי, הגה"צ ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א מרודניק, און נאך פילע רבני ודייני קהלתינו הק'.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני החבורה.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה און דער בעל מנגן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו מארה"ק האט פארגעזינגען ספעציעלע דברי חרוזים בהתעוררות לכבוד המאורע.

דערנאך האט דער רבי משמיע דברות קודש בדברי תורה און משלב געווען סוף הש"ס בהתלתו. עס איז יותר נתרבה כבוד שמים ווען נאך א גאנצן טאג זיין פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה, דעמאלט ליינט מען קרי"ש און מען איז מקבל עול מלכות שמים, און מען איז זיך קובע עתים לתורה, און דעמאלט איז מובטח לו שהוא בן עולם הבא, א סיום הש"ס דורך לומדי תורה וואס תורתם אומנתם איז זייער חשוב, אבער ווען די מסיימים זענען בעה"ב וואס זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה איז עס אסאך מער, און עס האט א געוואלדיגע חשיבות, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און הרגשים וואס די חשוב'ע מסיימים האבן, און מאריך געווען בשבח פון די נשים כשרות וצנועות וואס האבן א גלייכן חלק אינעם שמחה, און אין די ברכות וואס קומען אראפ, און אויפגעפאדערט יעדעם זיך אפצולערנען און זיך קובע זיין ללימוד התורה בקביעות גמור יעצט ווען מען הייבט אן די פרישע מחזור, נאכן מסיים זיין ש''ס דארף מען האבן א גאות דקדושה, די גאנצע סדר היום דארף זיין אויף א העכערע בחינה, איך בין א ש"ס איד, און באזונדער ארויסגעברענגט לשבח די חשוב'ע מסיימים וואס זענען זוכה מסיים צו זיין אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, און אויפגעפאדערט די חשוב'ע מתחילים צו אנהייבן אינאיינעם מיט קינדער און אייניקלעך, וואס דאס איז א תענוג גשמי ורוחני, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך מתקרב זיין צו השי"ת מיט ספרי חסידות און ספעציעל די הקדמה פון ספה"ק דרך פקודך פונעם הייליגן בני יששכר.
בשעת הסיום דארף מען מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין צו לימוד ומתיקות התורה, און דערמאנט מתפלל זיין פאר אחב"י תושבי ארה"ק זאלן ניצול ווערן מכל צרה, און פונעם גזירות הגיוס, און אחב"י תושבי ענגלאנד פונעם גזירת החינוך, אונז אין ניו יארק דארפן נאך אויך רחמי שמים ניצול צו ווערן דערפון, אחב"י תושבי אנטווערפן זאלן ניצול ווערן פון גזירות אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה.
דער רבי האט מסיים געווען בשבח עסקני החבורה, ובראשם דער פטרון החבורה הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ הי"ו וואס האט אריינגעלייגט 12 יאר האראוואניע בדמי"ם תרתי משמע, און אנגעוואונטשן זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, און מסיים געווען בברכת הקודש.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני לימוד התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.

הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו איז מכובד געווארן מסיים צו זיין דעם ערשטן מחזור לימוד הש"ס מיט מסיים זיין מסכת נדה, און הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים און אנגעהויבן דעם פרישן מחזור לימוד הש"ס אין מסכת ברכות, דערנאך האט דער גאנצער ציבור המסיימים אינאיינעם געזאגט די הדרן און די יתומים האבן געזאגט קדיש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בהתרוממות הנפש א לענגערע צייט בשמחת התורה.

מען האט ממשיך געווען די סעודה, און געהאט די זכי' צו הערן דורך א הוקאפ דעם דבר ה' מירושלים פון כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פונעם נאכט, און געזאגט אז ער האט זיך באמת געוואלט פערזענליך משתתף זיין ביי דעם שמחה, אבער די כוחות ערלויבן דאס נישט, און געוואונטשן פאר אלע מסיימים און מתחילים אז זיי זאלן ווייטער לערנען און זיך מיגע זיין אויף תורה,, און מסיים געווען בברכת התורה פאר ידידו וריעו כ"ק מרן רבינו שליט"א.
אזוי אויך האט מען במשך די סעודה געהערט דברי ברכה דורך א הוקאפ פון הגה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מארה"ק.
אזוי אויך האט מען פארגעליינט א בריוו געשיקט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לכבוד המעמד.

דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויפגערופן בשליחת הקודש דעם פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו זאל קומען אפנעמען א ספעציעלע מתנה וברכת הקודש פון רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגעגעבן פאר ר' יצחק הי"ו א זילבערנע מנורה כאות הוקרה אויף זיינע פילע לייסטונגען לטובת החבורה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך האט דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו פטרון החבורה בקר"י, הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקבאוויטש הי"ו פטרון החבורה פון ב"ב און בית שמש, און הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו פון ב"פ - רוח החיים פון די חבורה, אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.

ביי די לחיים נאך די פלייש האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור און דערציילט א מעשה פונעם הייליגן בעלזא רב זיע''א וואס האט געזאגט אז עס איז א חוצפה און עזות צו לערנען גמרא תוספות אן קיין בארד און פיאות, און ארויסגעברענגט לשבח אז מען שטייט דא ביי א סיום הש"ס ווי אסאך הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה יראים ושלמים מיט בארד און פיאות האבן מסיים געווען גאנץ ש"ס דאס הייסט געלערנט מיט דרך ארץ! און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נועם הכבוד הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ר"י מאור התורה בשבח לומדי התורה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר קרוב צו א מנין חתנים מאנ"ש קינדער פון מחותנים מסיימי הש"ס. מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע צימער.

ארום 11:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

ביים אנקומען קיין קר"י איז דער רבי צוגעפארן צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט צום שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו און הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק במאנטריאל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️