בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד סיון תשפ"ה6/10/2025

באריכט
דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן פרידריך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה שעהנברוין הי"ו.
- ב"ר קלמן אליעזר רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור און דערביי געזאגט דברי חיזוק ושבח לקראת די היסטארישע סיום הש"ס דורך חבורת 'תורתך שעשועי' דקהלתינו הק', איבער די גרויסע שמחה פון קהלתינו הק' ווי אסאך הונדערטער אנ''ש גרייטן זיך צו מסיים זיין גאנץ ש"ס נאך א שווערע הארעוואניע פון די לעצטע צוועלעף יאר, און מאריך געווען בשבח פונעם געטרייען פטרון החבורה הרבני החסיד הנכבד ר' יצחק שווארטץ הי"ו וועלכע לייגט אריין אזויפיל צייט, כח, און געלט צו מרבה זיין לומדי תורה סיי ביי קהלתינו הק' און סיי ביי פילע אנדערע קהלות בישראל, דער גרויסער מזכה את הרבים להרבות לומדי תורה איבעראל, און שטארק מחזק געווען דעם חשוב'ן פטרון ער זאל קענען מצליח זיין ווייטער מרבה זיין לומדי תורה און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו מנהל איחוד התלמידים דסאטמאר, לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, לכבוד זיין גרויסע נדבה פאר די מקוה טהרה דק''ק קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און עס איז פארגעקומען א שמחת החאלאקע פון נכדו ני"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו הק', לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע רבנים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יוסף מרדכי הי"ו ובני משפחתו, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן א שטיק צייט.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו פון ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, אינאיינעם מיט מחותנו הרה"ג ר' יהודה פרענקל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו און דערביי געשיקט א פריסת שלום פאר אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרב הגאון ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען אינאיינעם מיט די הנהלה פון די ישיבה קטנה פון אנטווערפען מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק אין אנטווערפען בכלל און בפרט פון די ישיבה קטנה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר די הנהלת הישיבה.

אויך איז אריין בקו''פ דער קאנסילמאן פון וומסב''ג לינקלאן רעסטלער אינאיינעם מיט העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' אברהם יהודא באנדא הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון א כתה מיט אלע אירע איינריכטונגן אינעם בנין החדש בית חינוך לבנות בית פיגא שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גאלאפירענדע ארבייט וואס ווערט נמשך אהן אויפהער צום גמר הבנין און איבער די בעפארשטייענדע נסיעה הרוממה וואס איז אין פלאן בס"ד דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אום חודש כסלו הבעל"ט צום חנוכת הבית און דעם געהויבענעם שב"ק באתרא קדישא מירון יצ"ו. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און מאציל געווען מברכת קדשו לקראת שמחת נישואי בתו הכלה שתחי'.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יהוסף עסטרייכער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין ישיבה קטנה החדש 'בנין בערקאוויטש' אין וומסב''ג, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט הנהלת ממלכת התורה איבער די פארשריט פונעם בנין ווי איין ישיבה האט זיך שוין אריינגעצויגן און עטליכע ישיבות וועלן זיך אריינציען אויף קומענדיגן שנת הלימודים.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרבני החסיד הנכבד ר' יצחק שווארטץ הי"ו אינאיינעם מיט די רבני וראשי חבורת תורתך שעשועי ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די לעצטע דעטאלן פונעם היסטארישן סיום הש"ס וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג שלח הבעל"ט, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און דערביי איבערגעגעבן הוראת קדשו בנוגע אמירת תחנון ביום הסיום א' שלח זאגענדיג אז ווען אזא ציבור אידן זענען מסיים ש"ס 'איז דער גאנצער טאג א יו"ט און מען זאגט נישט קיין תחנון'.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️