בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט' סיון תשפ"ה6/5/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר עמרם משה וויינשטאק הי"ו.
- ב"ר דוב לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר אהרן משה שווארץ הי"ו.
- ב"ר מאיר זאלדאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"ח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ד יערמיאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויעט פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אין די קארנוואל געגענט ווי עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אינעם בנין.
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן בנין הישיבה און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר אין א שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא וואס דער רבי האט געזאגט שבועות דעם פשעטיל מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ווי דער רבי האט איבערגעזאגט עטליכע פרישע מהלכים אין די סוגיא און פרישע חידושים פון במשך דעם יו"ט.

דערנאך איז פארגעקומען די יציקת הבורות, דער רבי האט געגאסן צעמענט און אריינגעלייגט עטליכע מטבעות, און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק שליט"א און הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל הישיבה, און די הנהלת הישיבה צו גיסן די מקוה, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקוואות מיט הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הצלחה פון די ישיבה און איבער די תועלת פון לערנען אין א ישיבה מחוץ לעיר און איבער די פלענער צו באנייען דעם בנין הישיבה אין די קומענדיגע וואכן בעז"ה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו און הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד אלעסק לינדען אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואיו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' יעקב ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשערקאס אין קרית יואל המורחבת, אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואיו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברש"ז שטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל פארגעס הי"ו.

- הרה"ח ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו (אנטווערפען) און הרה"ח ר' מאיר ניסן לעווי הי"ו (מאנטרעאל).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️