בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי' סיון תשפ"ה6/6/2025

באריכט
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי געצינדן די יזכור לעכט.

פארנאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה מיט גרויס התעוררות. מערבית: הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א (מאנסי).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט דער רבי עוסק געווען בתיקון הלילה ביז צום טיש, און געזאגט דעם תיקון ליל שבועות חלק התורה.

ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט נגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. פיוט מערבית: הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט''א רב דביהמ''ד טאלטשאווא קר''י. אהבה רבה: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר''י.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז הוסיף משה יום אחד מדעתו צו ווייזן די חשיבות פון לימוד התורה פון יעדע איד, נישט קיין חילוק וואספארא מדריגה און וועלכע דור מען איז קען מען מקבל זיין די תורה און עס איז חשוב ביים בוכ''ע.

ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.

יום ראשון של שבועות

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד שמואל ווייס הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:15. אמירת הברכות: הרה''ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו דברי יואל ב''פ. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו''ץ בקהלתינו ב''פ, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען דעם ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זיע''א מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו (ב''פ), און הרה''ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו (מאנסי).
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעעבאלג שליט''א מו"ץ דקהלתינו וומסב"ג.
הולכת הספר לבימה ובשעת אמירת אקדמות: הרה''ג ר' הערשל מייזליש שליט''א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, און הרה"צ ר' זלמן יהודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בית שמש.

דער רבי איז ארויף אויף די בימה מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש ברגש קודש ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

עליות.
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- רביעי: הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו, און האט געמאכט א מי שברך לכל הלומדים ומסיימים ש''ס במסגרת תורתך שעשועי, בעבור שנדב כל הוצאת הבחינות למחזור השני.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' ברוך בענדיט ברמ"י כהנא הי"ו.
- ר' אברהם שמעון ברמ"ח ווידער הי"ו.
- ר' יחזקאל שרגא ברח"ל קויפמאן הי"ו (וומסב''ג).

- הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יצחק פריינד הי"ו (ב''פ).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- הגבה: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב ברוינער הי"ו (ב''פ).
די הפטורה האט דער רבי געזאגט שטייענדיג כנהוג בהפטורה לחג השבועות.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און פון די טייג פון די מילכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און דער רבי האט משמיע געווען דעם 'קרעפל פשעטל' בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה. מען האט געענדיגט ארום 4:05.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, ברכהמ''ז: הרב הלל בן הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א ַ

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:45, מנחה: הרה"ג שמואל דוד גאנדל שליט''א.
נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ביים ארון הקודש, מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור. מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלי' גראס שליט''א מבערבעשט.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב' און געטייטשט אז יעדע סעודה פון שב''ק איז משפיע פרנסה אויף צוויי טעג פון די וואך, און אויף דעם האט מען מקריב געווען שתי הלחם אין יו''ט שבועות ווייל בשבת ניתנה התורה.

דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו. מען האט געענדיגט ארום 9:40 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: הרה"ג ר' אברהם לייב ליכטמאן שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10, דער ציבור איז א לאנגע צייט אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אהבה רבה: נכד רבינו הרב יוקל שליט''א מוהל מומחה בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מקרא נדרש לפניו או לפני פניו.

ברכת המזון: הרה''ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ''ד שערי תפילה קר''י. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️