פרייטאג ערש''ק במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' לייב ברמ"ש פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יוסף יעקב קאהן הי"ו. - ב"ר יונה פריינד הי"ו. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל הי"ד - אבד"ק וואלאווע, וואס די היכל הביהמ"ד פונעם ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן רש"י אם שמוע בישן תשמע בחדש וואס מען דארף האלטן פאר די אויגן 'תשמע בישן' מ'דארף איבער'חזר'ן די לימודים און 'תשמע בחדש' לערנען נייע לימודים, און אז מ'וועט אזוי טוהן וועט מען זוכה זיין צו די השפעות קדושות וואס קומט אראפ יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רציפות.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א טעלעפאנישער קאנפרענס בביתו נאוה קודש מיט'ן ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס גאווערנער האקול האט אריין געלייגט ביים שטופן פאראויס און באשטעטיגן דעם אזוי-שווערער טויש אינעם חינוך געזעץ פון ניו יארק, וועלכע וועט האפנטליך אי"ה זיין דער הצלה-ברעט פאר אלע חרדישע מוסדות איבער ניו יארק סטעיט קעגן די גוזרי גזירת החינוך אינעם עדיוקעישן דעפארטמענט.