דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו. - ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה המנהל שליט"א ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה ליו"ט שבועות.
נאכמיטאג ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת דאנציגער לע"נ אביהם ע"ה און ווערט אריינגעגעבן היינט אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אלמנה און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט די הנהלת תורתך שעשועי לאדענען רבינו שליט''א צום היסטארישן סיום הש''ס י''ט סיון זונטאג שלח, מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי עס איז אריבער די לעצטע 12 יאר זינט די התייסדות פון די חבורה, און די שמחה וואס הערשט ביי אנ''ש, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה און געזאגט אז מען דארף זעהן נאך מענטשן זאלן זיך אנשליסן אין די חבורה אויף וואס הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו פטרון החבורה האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ספאנסערן נאכאמאל אזויפיל מענטשן וואס זענען זיך גרייט אנצושליסן אין די חבורה און נעמען די בחינות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה להגדיל תורה ולהאדירה, און פריוואט פארן פטרון הרה"ח ר' יצחק הי"ו.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.