בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday27 Iyar 57855/25/2025

Report
שב''ק פרשת בה"ב - מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:20, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר הצלת חינוך אין ענגלאנד. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישראל געפילהויז שליט"א ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מודעא רבא לאורייתא.

קה אכסוף: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. ברכת המזון: הרה''ג ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א רב דביהמ"ד ראצפערט בית שמש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעש"ט הקדוש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א ר"י אור התורה לעיקוואד. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א.

עליות.
- כהן: ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- ר' יעקב ברי"א קליין הי"ו.
- ר' אברהם יושע ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' פנחס ארי' לאוב הי"ו.
- ר' שמואל דוד ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- ר' משה ב"ר יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
- ר' מאיר הערש זאלדאן הי"ו.
- ר' יושע ב"ר יואל ברש"נ הירש הי"ו.
- ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.

- שביעי: ר' זלמן לייב בר"א סימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון - חזק: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- גלילה: ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און דערנאך צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע וואס געפאלט עש"ק ג' סיון. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בר"ל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

נאכמיטאג ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרקי אבות. דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ג' 'עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועמד בכולם' און געטייטשט אויף צען אופנים בדרך דרוש, אגדה, ומוסר, און צום סוף געזאגט דברי התעוררות צום יו"ט שבועות הבעל"ט זיך צוצוגרייטן מיט לימוד התורה און מיטן לימוד ספר הקדוש אור החיים פרשת קבלת התורה. און גערעדט בשבח פונעם 'קרן קרית יואל' להרחבת גבולי הקדושה בקר"י המורחבת, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים פונעם קרן און געבעטן פון אלע אנ"ש ארויסצוהעלפן שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט.
אויך האט דער רבי גערעדט בשבח פון די חבורה סגולה וואס געבן זיך אפ מיט די אפיסעס אין שטאט.

דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אז אזוי ווי מען האט שוין ב''ה געזעהן אז פארלייכטורנג אין די דירות אין קרית יואל, סיי ביים קויפן און אויך ביים דינגען, זאל מען יו''ט שבועות ווען עס קומען אסאך געסט אויך זיך רעכענען מיט יעדען און פארדינגען די דירות פאר נארמאלע פרייזן, ס' איז נישט קיין יושר מייקר צו זיין השער און רייסן גרויס געלט אויף צוויי דריי טעג יו"ט. ארום 8:40 האט דער רבי מסיים געווען בברכת קדשו, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50.
- מנחה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר אין שמירת עינים איז נישטא קיין השפעה בגשמיות, נאר מיט טהרת המחשבה איז דא א השפעה און עשירות וכל מילי דמיטב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו הרה"ק וואלאווער רב זצ"ל. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צו די קביעת המזוזה פונעם נייע צוגעבויטע חדרי תפילה 'חדרי יעקב ארי' נדבת הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו. דער רבי האט קובע געווען די מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין די נייע חדרי התפילה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' גדלי' הי"ו איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד און איבער די פילע שיעורי תורה וואס ווערט פארגעלערנט אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן, פארן נדבן הרה"ח ר' גדלי' הי"ו, און פאר אלע עסקני ומתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק איבער די שמחה פון הרחבת גבולי הקדושה אין א ביהמ"ד וואס איז נקראת על שמו פון מר אביו רביה"ק זיע''א וואס דאס איז א מצוה פון כיבוד אב און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️