בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"א אייר תשפ"ה5/19/2025

באריכט
תשית לראשו עטרת פז

אין די יעצטיגע מינוטען ביי א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, האט דער רבי ממנה געווען הרב הגאון המפורסם רבי שמעון שאול יחזקאל שווארץ שליט"א אלס דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' ד'קהלתינו הק' אין בארא פארק.

הרב הגאון ר' שאול יחזקאל שליט''א איז א זוהן פון הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א אב''ד קהל חסידים בעיה"ב וויען, וחתן הגה"צ רבי שלמה צבי שטערן שליט"א אבד"ק דעברעצין, און האט ביז יעצט געדינט אלס דומ"ץ דק"ק דעברעצין און איז פון די גרויסע מורי הוראה בדורינו.
שוין עטליכע יאר וואס דער חשובער דיין שליט"א געט אוועק טעג און נעכט ע"פ בקשת מרן רבינו שליט"א צו העלפן מדריך זיין די מורי הוראות אין קרית יואל מיט זיינע שיעורים און הדרכות. אזוי אויך איז דער חשובער דיין מפורסם מיט זיינע שיעורים כסדרן פאר בעלי בתים ואברכים די אלע יארן כולם שוים לטובה.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פארן חשובן דיין שליט''א להרמת קרן התורה און פאר די חברי וועד ביהמ"ד החדש זאלן קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש ביז צום פארענדיגן דעם נייעם בנין ביהמ"ד לב אהרן אין ב"פ, להגדיל תורה ולהאדירה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע