בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday10 Iyar 57855/8/2025

Report
דאנערשטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מיכל שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חנני' יו"ט ליפא סאמעט הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"א רובינשטיין הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן פרע"ח הרב יצחק אייזיק שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר נכדו החתן ני"ו, פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור. און משמיע געווען דב"ק, און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען טוט א שידוך פון נאך א אייניקל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער חתן האט געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגן כנהוג, און ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל צום דרשת פתיחת זמן הקיץ. דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר פאר די בחורים, און מחזק געווען די תקנת הישיבה, און און מסיים געווען בדברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה און מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה. מען האט געענדיגט ארום 6:10.

נאך די דרשה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 6:40.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 8:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו - הרה"ח ר' שלום אליעזר גאלדבערגער הי"ו.

ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין בארא פארק צום שמחת התנאים פון נכדו החתן פרע"ח הרב יצחק אייזיק שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון המספיק. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:20 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און עס האט אויפגעטרעטן דער מחותן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דעם זיידן מצד הכלה הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"י באבוב צו ליינען די תנאים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זיע''א פון וועם חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער חתן האט געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 11:40, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין א זייטיגן צימער, און ארום 12:00 פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️