דינסטאג תזו"מ ב' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר בן ציון באש הי"ו.
- ב"ר ליפא ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר אהרן שמואל שרייבער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
