רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הר"ר הערש בער מייזעלס שליט"א - הר"ר משה שמואל בר"ע הירש שליט"א. - הרה''ח ר' יואל מרדכי שעהר הי"ו - הרה"ח ר' וואלף שעהר הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו האט אפגעקויפט די 'זכות שם הבנין' פון ביהמ"ד בית חיים דוד אין שכונת פרי מגדים בקרית יואל המורחבת, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א דומ''ץ הביהמ"ד, הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה''ק און חברי ועד הרחבת גבולי העיר און תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שכונה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' בערל מרגליות שליט"א יו"ר ועד הרחבת גבולי העיר, וועלכע האט פארגעשטעלט די פלענער פארן ביהמ"ד וועלכע וועט שטארק פארברייטערט ווערן מיט אלע צוגעהערן ברוב פאר והדר, און געזאגט אז אלעס איז צו פארדאנקן דער נדבן הרה"ח ר' יודא זאב הי"ו וועלכע האט שוין בעבר אפגעקויפט די זכות 'שם הביהמ"ד' און יעצט מוסיף געווען א ריזן סכום פארן זכות 'שם הבנין', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. ביים ענדיגן האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א מקבל געווען ברכת הקודש פון רבינו שליט"א לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש און דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם דיין שליט"א ביזן טיר.