בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ט ניסן תשפ"ה4/27/2025

באריכט
זונטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב קאפל גלאנץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף ברכות אילנות, דער רבי האט באטראכט די בלעטער און געמאכט די ברכה, און דערנאך אריין אין שטוב דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו - הרה"ח ר' חיים נחום פישער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 584