בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשכ"א ניסן תשפ"ה4/19/2025

באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א

פרייטאג ערש''ק ליל שביעי של פסח ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש. קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' דוד לייב קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, און אנגעהויבן אשת חיל. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
במשכ'ן טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד שבת ויו"ט.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו. פיוט מערבית: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז מיט די כח פון אמונה שלימה אינעם בוכ''ע בשעת קריאת ים סוף זענען אידישע קינדער געווארן בנים למקום און סוכה געווען לחירות, יעדע יאר שביעי של פסח ווערט געעפענט די ארובות השמים און ווערט נתחדש א נייע השפעה אינעם ויאמינו בה' ובמשה עבדו אמונת ה' און אמונת צדיקים, און עס קומט אראפ א ליכטיגקייט פאר כלל ישראל בכל ענינים.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שירה, און אום 2:00 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר לענגערע מינוטען.

מען האט אריינגעברענגט ווייטער די שבת'דיגע מאכלים.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

נאך די פירות איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם פראנקל הי"ו. אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️