בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday7 Cheshvan 578110/25/2020

Report
מזמור שיר חנוכת הבית
היינט ביים מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פארן בנין האדיר והחדש בנין לאה אסתר בבית רחל ק"י און שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
האט די רבי קובע מזוזה געווען אויפן דרויסענדיגן שער און דערנאך ארויף צום 5'טען שטאק צום ביהמ"ד פון די מיידלעך ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמואל שלמה טעלער מנהל בית רחל הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות בק"י
דערנאך האט די רבי אויפגעטרעטן מיט דב"ק און צווישן אנדערע ארויסגענימען א צעטל וואס איינער האט איבערגעגעבן פארן רבין מיט א ס"ה פון אלע כתה א' דמוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט אזויפיל ווי 47 כתות וואס דאס איז כמנין שם הקדוש מרבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע און ארויסגעברענגט אז דאס מיינט אז 10 יאר ארום וועט זיין אזויפיל כתות אין די ישיבה קטנות!
דערנאך האט די רבי ארויסגעברענט מיט התרגשות אז מען האלט היינט ביי די צווייטע קביעות מזוזה איינס ביים ישיבה גדולה פאר די בחורים און יעצט ביי די בית רחל פאר די גרויסע מיידלעך
און זיך באדאנקט פאר די הנהלה, נדבנים, און שפיץ פון הרבנית הצדיקת תליט"א
דערנאך האט די רבי קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד און זיך אומגעקיקט אויפן בנין אפאר שטאקן, כתות, און פון די בנין אינדרויסן, און באגלייטונג פון די חברי הנהלה. און גאס האט זיך די רבי אפגעשטעלט שמיסן מיט הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות