פרייטאג ד' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברי"א גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15. בעל תפילה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
- פתיחה: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
- לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
- שלישי: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
- הגבה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- גלילה: ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב משה זאפיר הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 1:45 איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה''ח ר' ישראל העניך קרויס הי''ו, וואו עס איז פארגעקומען די מעמד שחיטת השה מיט וואס דער רבי האט פודה געווען דעם צווייטע חמור, פארן כהן הגה"צ רבי בנציון שטראססער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ, ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שמועס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י בעניני שחיטה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכיה וואס ער האט געהאט צו מקיים זיין אזא גרויסע מצוה, דער רבי האט בודק געווען די חלף, און דער שוחט הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו האט געשחט'ן די שה, מען האט עס בודק געווען און עס איז ב"ה ארויסגעקומען גלאט כשר און דער רבי האט געזאגט אז מען זאל נאך זען אפצושיקן פלייש פארן כהן הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין איידעם הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
