בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ז ניסן תשפ"ה4/15/2025

באריכט
מיטוואך פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' ישראל בודק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברי"ד שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן נפתלי שטוהל הי"ו.
- ב"ר חיים אייכלער הי"ו.
- ב"ר יודל פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודשַ

ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש בשכונת קדושת לוי אין קרית יואל המורחבת צום מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי בית מדרשינו החדש דעם יו"ט פסח.
דער רבי איז ארום און זיך אומגעקערט אינעם גאנצן ביהמ"ד און אראפ צום אינטערשטן שטאק זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און דערביי געהערט א באריכט פון הר"ר בערל מרגליות שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פראכטפול פארענדיגן די גאנצע ביהמ"ד און די מקוה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א און הרה"ח ר' יעקב ראטענבערג הי"ו בשם די תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים פון די דערנעבענדיגע שכונת דזשעפערסאן הר"ר יואל ברש"נ ווייס שליט"א און הר"ר יואל פארקאש שליט"א און די ראשי הקהילה פון קרית יואל, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה אז דאס ביהמ"ד איז שוין די 26'סטע ביהמ"ד פון ק''ק קרית יואל כן ירבו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה פון באנייען א ביהמ"ד וואס וועט אי"ה בקרוב ארויפגיין קיין ירושלים, און מעורר געווען די תושבי השכונה זיך צו פירן אלעס ווי תושבי קר"י ווי מען פארברייטערט קר"י צו מאל א געגענט, און דערביי קורא שם געווען פארן שכונה מיטן נאמען 'שכונת קדושת לוי' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און עסקנים ובפרט פאר הר"ר בערל מרגליות שליט"א וואס שטייט בראש פון די וועד הרחבת גבולי העיר צו פארזיכערן אז מען שטעלט אוועק אלע רוחניותדיגע געברויכן אין אלע שכונת אין קר"י המורחבת.

מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד המאורע, און דערביי האט דער רבי אויסגעשריבן א טשעק פון אכצן טויזענט דאלער לטובת הביהמ"ד און עס איבערגעגעבן פאר הר"ר בערל מרגליות שליט"א, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו מראשי הנהלת הביהמ"ד פארן זיך אוועקגעבן יומם ולילה צו פארענדיגן דאס ביהמ"ד אויף יו"ט פסח. מען האט געענדיגט ארום 8:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי עס וועט פארקומען די אפיית מצה מצוה ערב פסח דורך רבינו שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויפן סדר האפיה בשעת א חבורה האט דארט געבאקן מצות און אנגעוויזן פארשידענע הוראות וואס מ'זאל איינשטעלן אויף ערב פסח.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:00 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א 'מסיבה הכנה ליו"ט פסח' פאר די בחורים יתומים פון קהלתינו הק', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק והדרכה לקראת יו"ט פסח און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר יעדעם געבענטשטע מצות מיט א הגדה לב אהרן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר די עסקנים וועלכע האבן ארגענאזירט די מסיבה. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️