בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגו' ניסן תשפ"ה4/4/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם געלב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' שלמה לאנדא הי"ו.
- ב"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און קינדער, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די הנאה וואס הקב"ה האט פון א דאווענען פון תשב"ר, און געזאגט אזוי ווי מען זעט ביי מצות אז עס דארף זיין שמירה א גאנצן צייט, דארף מען וויסן אז צו זיין א ערליכע איד דארף מען זיין אפגעהיטן ביי אלע מצות און מען קען נישט זאגן אז די מצוה יא און די מצוה נישט, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער.

אין די מיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג אויף שב"ק בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️