בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday5 Nissan 57854/3/2025

Report
דאנערשטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בראך הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' ח''א סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר משה הערש סופר הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל קעסטנבוים הי"ו.
- ב"ר יעקב יודא ווייס הי"ו.

דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ע''ה, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר''ר יואל שפיצער שליט''א - מנהל כתה ט', ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה דער מנהל הר"ר יואל שליט"א, פאר די בר מצוה בחורים, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די הנאה פון די ווארימע דאווענען אינאיינעם מיט די בחורים, פסח דארף מען מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים אריינצוגעבן פאר די קינדער אז זיי זאלן עס קענען ווייטער איבערגעבן, און געזאגט אז מען דארף אזוי מקיים זיין יעדע מצוה מיט אזא התלהבות אז עס זאל אריבערגיין צו די קינדער, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם בנין הביהמ"ד וואס איז געבויעט געווארן אינעם בית השחיטה קאמפלעקס מיט אלע צוגעהערן פארן געברויך פון די שוחטים, בודקים און ארבעטערס, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הרה"ג ר' משה גדלי' שוואב ז"ל ר"י דגל התורה, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיינע פילע פעולות לטובת הצלת החינוך בניו יארק און געוואונטשן ברכת תנחומין.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
- הר"ר יצחק יחיאל פאנעט שליט"א - הרה"ח ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

אין די שפעטע נאכט שעות בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. האט דער רבי מסדר געווען דעם צווייטן חלק פון די רשומות פונעם חלוקת קמחא דפסחא וואס ווערט אפגעשיקט פאר עניי ארץ ישראל חברי קהלותינו הק' ברחבי ארה"ק לקראת חג הפסח הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️