Monday, Parshas Vayikra — 'B'tzeil HaKodesh' with the Satmar Rebbe shlit"a
This morning, before Shacharis, a bris took place for a newborn son of R' Hershel Hollander, where the Rebbe served as sandek and mohel.
The Rebbe davened Shacharis in the Beis Medrash HaGadol. Before davening, the Rebbe put tefillin on the bar mitzvah bochur, the bochur Yekusiel Levi Mertz.
During the Torah reading, the Rebbe went up for Hagbah. After davening, a lechayim was held with the bar mitzvah bochur in the Rebbe's private room.
At around 6:20 the Rebbe davened Mincha in his holy home.
In the evening, the Rebbe officiated at the kiddushin at the chuppah of the mechutanim: - HaRav R' Dovid Kaufman - HaRav R' Yoel Weiss, in the halls of Kinor Dovid. - HaRav R' Yoel Wertzberger - HaRav R' Dovid Ungar, in the halls of Beis Rachel Paradise. - HaRav R' Shlomo Yosef Schwartz - HaRav R' Yoel Friedrich, in the halls of Ginas Klein.
Reception hours with the Rebbe were from 8:20 until 12:45 at night, in his holy home on Ohel Court.
The Rebbe shlit"a read the tenaim of the mechutanim HaRav R' Yoshe Chaim Schwartz - HaRav R' Asher Shalom Beck.
During the reception hours, HaGaon HaTzaddik Rabbi Binyamin Landau shlit"a, Dayan and Moreh Tzedek of Tosh in Boro Park, paid a visit to the Rebbe. A lengthy halachic conversation of over an hour took place regarding current pressing questions, and the Rebbe bestowed his holy blessing and accompanied him out to the street.
The Rebbe davened Maariv at around 9:00 and then continued to receive the public.
▫️ Satmara Niyes 🌴 ▫️
מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל האלענדער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יקותיאל לוי מערץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' דוד בר"א קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברי"ש ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' שלמה יוסף שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ פרידריך הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אשר שלום בעק הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הצדיק רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פון אריבער א שעה צייט איבער אקטועלע שאלות העומדים על הפרק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.