מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמואל פיש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל הורוויץ הי"ו.
- ב"ר חיים פריעדלענדער הי"ו.
- ב"ר יעקב יוחנן פליישמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יהושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דערביי האט ער אויסגעדריקט זיין התפעלות איבער די פילע חומרות והידורים אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' נאכן באקן היינט מצות אינעם בעקערי, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז פארגעקומען בקו''פ א מעמד התמנות ווי דער רבי האט ממנה געווען נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א אלס רב דביהמ"ד קול אליהו אויף די קערעסטיר גאס אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א און הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער דעם כח הרבנות פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און בפרט אין שטאט סאטמאר און אין פאפא, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נייעם רב הביהמ"ד, די רבנים שליט"א, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 10:10.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
- הר"ר יואל ברח"ש שפילמאן שליט"א - הר"ר יום טוב לעווי שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
