בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday29 Shevat 57812/11/2021

Report
היינט ביים וועכנטליכע סוגיא שיעור בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר האט די שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט אז שטייענדיג ביומדהל"ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וועלעכע האט לוחם געווען מלחמת ה' מיט די "גזירת החינוך" בימיו, און מען דארף האבן גרויס רחמי שמים ווען "..היינט קומט פאר א וויכטיגע אסיפה און די הויפט שטאט איבער די חינוך פון אידישע קינדער.." זאל זכותו הגדול פונעם בעל הילולא מגין זיין.

אזוי אויך האט די רבי דערמאנט אז טראץ דעם וואס ס'געווען א ברית האט די רבי געהייסן זאגן די יהו"ר נאך קריה"ת זאגענדיג "..מען דארף האבן ספעציעלע רחמי שמים דעם יהו"ר שיתקיים בנו חכמי ישראל"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️