מיטוואך פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחיאל אלטר וויינשטאק הי"ו.
- ב"ר חיים קליין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך בפתקא ופדיון הגאון ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א בעל ויען דוד ודומ"ץ בקהל ויואל משה אנטווערפן. דערנאך איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בקו''פ איבער די לעצטערע געשעענישן אין גוטעמאלא, עס איז צווישן אנדערע אנוועזנד געווען הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהילתינו וומסב''ג אינאיינעם מיט רבני ועסקני וועד להצלת ילדי גוטאמאלע און נאך עטליכע עסקנים, דער רבי האט א לענגערע צייט געהערט א באריכט פון די פעולות וואס מ'האט שוין געטון בעבר און אויסגעהערט עטליכע עדות יוצאי גוטאמאלע, און דערנאך א לענגערע צייט דן געווען און אויסגעפרעגט אלע דעטאלן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם שמאיע הי"ו פון לאנדאן און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' לאנדאן, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפען וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די מגבית לטובת ישיבתינו הק' אין אנטווערפען, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק', און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק הקדושת יו"ט זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
