שב''ק פרשת משפטים מברכים חודש אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת אין קר"י.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:45. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל זיבנבערגען. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א. מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש על רעהו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעא.
קה אכסוף: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י. ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ט שבט.
מיט קה רבון עלם האט דער רבי מכבד געווען תלמידי ישיבה גדולה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק ווייזער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יודל ברנ"ש שווארטץ שליט"א. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגן צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
עליות.
- כהן: ר' חיים אלי' שעהנברוין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: החתן אלי' ב"ר יוסף יואל לעווי הי"ו.
- שלישי: כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א.
- רביעי: החתן ליפא ב"ר אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן משה יצחק ב"ר אשר זעליג בלייך הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה יוסף פאללאק הי"ו.
- ר' אשר זעליג גראד הי"ו.
- ר' וואלף ברנ"ה פריעדמאן הי"ו.
- ר' יואל משה פארקאש הי"ו.
- ר' ברוך יוסף פריעדמאן הי"ו.
- ר' יודא יואל וויינשטאק הי"ו.
- שביעי: החתן יוסף משה ב"ר יואל ברי"א שטיין הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' בנציון ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א די וואך. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל זאב קרויס הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל בנו הר"ר ליפא יואל פישער שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, אויך איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת ביי ר' חיים אלי' שעהנברוין הי"ו חתן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו, נאכן ברית האט דער רבי קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית הר"ר ליפא יואל שליט"א, פארן בעל שמחה ר' חיים אלי' שעהנברוין הי"ו, פאר משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו און פאר אלע זיידעס און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15.
- מנחה: הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק ווייזער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' הערש חיים לעווי הי"ו (ב"פ).
- שלישי: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און געטייטשט אז דורך עוסק זיין בתורה באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים, ווערן די תפילות נתקבל און עס העלפט תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' בנציון ווערצבערגער הי"ו. שושנת יעקב: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שמחה אברהם קארענרייך שליט"א חתן האדמו"ר מלעלוב זצ"ל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און הרה"ג ר' שמחה אברהם שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר משתה יין אויף מגילת אסתר און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:45 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א סעודת הודאה לרגל די נסים וואס האט פאסירט ביי א עקסידענט מיט עטליכע וואכן צוריק מיט איינע פון זיינע קינדער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרב מרדכי יודא שליט"א מיט דברי שבח והודאה, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה ושמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די הרגשי הודאה צו הקב"ה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע משפחה. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
פון דארט איז דער רבי געפארן צו ביהמ"ד אנשי חי"ל פראנקפורט אין שכונת חתם סופר ווי עס איז פארגעקומען א כינוס התלמידים פון ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי, אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט לכבודו פון הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א מנהל הישיבה, לרגל נשואי בנו למז"ט.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פונעם ייטב לב זיע''א בנוגע הרבצת התורה לתלמידים, און ארומגערעדט בשבח הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די הנהלת המתיבתא, און פאר אלע רמ''י תלמידי ויוצאי הישיבה, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיטן גאנצע אויבנאן און עקסטער מיטן חתן. מען האט געענדיגט ארום 12:40 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
