בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ט שבט תשפ"ה2/17/2025

באריכט
מאנטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן קויפמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת. און דערנאך אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי.
צום ערשט איז דער רבי אנגעקומען אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'חתונה מאלל' געשעפט אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו, דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:45 און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און דערנאך זיך אומקוקן אין אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הוצאות פון חתונה מאכן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל הי"ו פאר אביו הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין שווער הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א קביעות מזוזה אינעם אפיס פון האברך ר' יואל עמרם בהר"ר אנטשיל גרובער שליט"א וועלכע געפינט זיך אינעם זעלבן בנין, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און אנגעוואונטשן פאר ר' יואל עמרם הי"ו און זיין גאנצע משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבערגעפארן קיין שיכון סקווירא צו די חופה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן הר''ר חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א, נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס הרבנים שליט"א, אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א.
ארום 7:00 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי הי"ו - הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישעי' אייגנער הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' משה לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' מרדכי פערל הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בקו''פ אינאיינעם מיט די הנהלה רוחניות פון מוסדות קרית יואל און די בעלי בתים פון די דרייוו גודס קליידער געשעפט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע נייע תקנות אין די מוסדות בנוגע מלבושים, און דער רבי האט איבערגעגעבן הוראת וברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️