בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ט שבט תשפ"א2/11/2021

באריכט
היינט כ"ט שבט געפאלט די יומא דהילולא קדישא של מרנא ורבנא הגה"ק רבי חנני' יו"ט בן מרן יקותיאל יהודה זיעוכי"א בעל קדושת יו"ט, נכדו מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט אפגעראכטן היינט ליל הילולא קדישא בישיבה קטנה קרית יואל סניף "קדושת יו"ט" הנקראת על שמו, ווי די רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמיד און געצינדן לעכט און דערנאך מאריך געווען שלחנו הטהור און משמיע געווען דב"ק וספורי קודש פונעם בעל הילולא.

מארגן ביומדהל"ק וועט די רבי דאווענען שחרית בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף ברך משה, און דערנאך אפרעכטן די מסיבת לחיים.

י-ה זכות אבות יגן עלינו