דאנערשטאג בא ר"ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות. - פתיחה: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו (לאס אנדזשעלעס). - בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הר"ר ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א. - שלישי: הרה"ח ר' יוסף כאירה הי"ו (וומסב''ג). - רביעי: רבינו שליט"א. - הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' נפתלי ווייס הי"ו (וומסב''ג).
מוסף הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ). נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן מהר"ם שיק זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב.