זונטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק אריבער זיך געזעגענען.
אין די מיטאג שעה'ן איז אריבערגעקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אינעם דערנעבענדיגן האט-ספרינגס געגענט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס בקורות גדולי ישראל ובצדיקי בית וויזניץ און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב. נאך מעריב זענען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.