בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday19 Teves 57851/19/2025

Report
זונטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א (קר"י). נאכן דאווענען איז דער ציבור וואס האט געוויילט בצל הקודש אויף שבת, אריבער זיך געזעגענען.

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן כתב סופר זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.

אויך האט רבינו שליט''א אפגעשיקט א תירוץ פאר די תלמידי המתיבתא אויפן קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די תלמידים הנחמדים פארגאנגענע וואך איידער אפרייזן אויף מנוחת הנפש.

פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען תלמידי ת"ת תורת אמת פון לאס אנדזשעלעס, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מוסדות און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️