מאנטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ח ר' משה יוסף צענווירטה הי''ו (ב''פ).
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס איבערן רמב"ם און הרה"ק הדברי שמחה מציעשנוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייטן.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האבן שלום גענומען הרב הגאון ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע זענען אנגעקומען אויף מנוחת הנפש, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
