שב''ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס
ערש''ק נאכמיטאג בערך צוויי מינוט פאר די שקיעה הנראית ארום 3:55 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:00. דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו (קר"י). מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א (קר"י).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויאמר אליהם מלך מצרים למה משה ואהרן תפריעו את העם ממעשיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הר"ר פנחס שלום ראטענבערג שליט"א בן האדמו"ר מקאסאן ב"פ שליט"א. ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הבני יששכר זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"ח טבת.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב קר"י. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
- בעל קורא: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו (מאנסי).
- שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
- רביעי: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
- חמישי: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- אחרון: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- מפטיר: הר"ר פנחס שלום ראטענבערג שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו (קר"י).
- גלילה: הר"ר צפני' שרעבי שליט"א.
מוסף: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו (שיכון סקווירא). מען האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:30.
- מנחה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו (קר"י).
- הוצאה והכנסה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י).
- לוי: ר' משה ברצ"א קליין הי"ו (קר"י).
- שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו (קר"י).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א (קר"י).
זמירות ביי של''ש האט דער רבי האט מכבד געווען. אודה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א. שיר המעלות: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויאמר ראה ראיתו את עני עמי אשר במצרים' און געטייטשט אז מען דארף תשובה טוהן און מתקן זיין די עוונות דורכן יצר הרע מיט וואס מען איז באשאפן געווארן און בפרט מיט די אייגענע יצר הרע וואס מען האט אליינס געברענגט אויף זיך, וואס מן הדין וואלט נישט געדארפט העלפן קיין תשובה אויף דעם, נאר מדת טיבו פון הקב"ה אז עס גענוג א תשובה מיעטת אויך אויף דעם.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
