זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר לוי יצחק קליין הי"ו.
- ב"ר ירמי' מאיר גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהדורת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה''ג ר' אברהם יואל גראסבערג שליט"א (מאנסי) - הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:40 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיינע מוסדות עטה"ק בארה"ק און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
