פרייטאג ערש''ק ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יואל אלעזר אייזדארפער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמחה קרויס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר אויף מאנטען אינאיינעם מיט די כולל לחתנים. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ליפא סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה, פארן מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, פארן בר מצוה בחור, און אלע חתנים לומדי הכולל, און משמיע געווען קורצע דב"ק והדרכה פאר די חתנים.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
