בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' טבת תשפ"ה1/2/2025

באריכט
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00, פאר מעריב האט הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה במעמד אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט שלום געגעבן פאר הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט"א און הגה"צ דומ"ץ מונקאטש מאנסי שליט"א און נאך חשובע רבנים געסט וועלכע זענען געקומען להסתופף בצל הקודש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און ביים סוף האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.

רבינו שליט''א איז ארויף צום שלחן הטהור און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות א לענגערע צייט.
דאן האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און ממשיך געווען מיט געהויבענע בחינות צווישן אנדערע אז אהרן הכהן איז אליינס איז אראפגעקומען אנצינדן די מנורה ביים נס חנוכה, און יעדע יאר ווען א איד צינד די נרות חנוכה באקומט ער א ניצוץ פון אהרן כהנא קדישא און עס פלאמט אויף זיין נשמה און בענטשט יעדע איד און איז משפיע אלע השפעות טובות.

דערנאך האט מען ממשיך געווען דעם מעמד המרומם בשירה ובזמרה מערערע ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט''א האט משמיע געווען נאך פיר מאל דב''ק מיט לענגערע דברי אגדה וחסידות, אז די ר"ת פון ב'ניך כ'שתולי ז'תים ס'ביב לשלחנך איז בגי' 'חנוכה'.
ערשטע תורה האט דער רבי מאריך געווען ברגשי הלב אז אין חנוכה דארף מען מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער אז זיי זאלן זיצן אינדערהיים 'סביב לשלחנך' און נישט פאשען אויף פרעמדע פעלדער אזוי ווי מען זאגט ביי די לשם יחוד 'ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים' וכו', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ויהי זרעי און נאך, בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.
צווייטע תורה חנוכה קומט אראפ רפואות פאר כלל ישראל און מען איז מתפלל אז מען זאל ח"ו נישט דארפן זיין אין שפיטאל נאר אלע קינדער זאלן זיין 'סביב לשלחנך', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות מדת הרחמים עלינו התגלגלו און נאך.
דריטע תורה מען דארף מתפלל זיין אין די ימי החנוכה אז מען זאל באקומען אן עריבות ומתיקות התורה וואס די נרות חנוכה זענען מסוגל פאר דעם, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות והערב און נאך.
פערטע תורה מען דארף מתפלל זיין אין די ימי החנוכה אז מען זאל קענען עוסק זיין בתורה אינאיינעם מיט די קינדער מיט א יגיעת התורה עס זאל זיין 'בניך כשתולי זתים סביב לשלחנך' מיט לימוד התורה, און ממשיך געווען מיט גאר שטארקע דברי חיזוק צו פארשטיין דעם אתה בחרתנו מכל העמים, נישט קיין חילוק וואספארא פלאם מען האט אין אידישקייט אפילו עס איז נאר דא א קליינע קנויט חנוכה איז משפיע א גרויסע אור אזוי ווי דער נס ביי די שמן זית, מען דארף פארגעסן וואס איז געווען און אנהייבן פון פריש, מען זאגט ביי הלל מקימי מעפר דל מאשפות ירים אביון ווייל דאס איז די ימי החנוכה! הקב"ה הייבט אויף יעדע איד מעפר דל און דערהייבט אונז צו אים, און מסיים געווען אז חנוכה לויבט מען הקב''ה ברוב עם הדרת מלך, גדלו לה' אתי ונרוממה שמו יחדיו א גאנצע ציבור צוזאמען, און געוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט אנגעהויבן ניגוני שמחה והודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען און מעודד געווען די פייערדיגע ריקודין פונעם ציבור האלפים א לאנגע צייט.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סעט פון ספרו לב אהרן - מועדים פאר די בחורים מזמרים פון די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 11:45

בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א וועלכע געפינט זיך דא אין די יעצטיגע טעג, דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א גריס פון קהלתינו הק' אין לאנדאן און בפרט פון די ישיבה גדולה און די כולל, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי פלפול בשייכות צו די דברי תורה פון רבינו שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️