ליל ו' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' משה יוסף ב"ר יעקב פארקאש הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז די נרות חנוכה איז משפיע פרנסה בהרחבה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.
דינסטאג ויגש ו' דחנוכה - א' דר"ח טבת
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הדומ"ץ שליט"א.
- ב"ר משה הערש קליין הי"ו.
- ב"ר יואל בר"א וויינבערגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
