בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday29 Kislev 578512/30/2024

Report
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר שמשון שרגא פויגעל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די יערליכע סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק'.

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות בהלל והודאה.

נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום. דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק הדרכה און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.

נאך די מסיבה ארום 11:30 איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש, ווי אלע קינדער און בחורים זענען אריין בקו''פ און דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג.
רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

מאנטאג פרשת ויגש ו' דחנוכה

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יודא ארי' קויפמאן הי"ו.
- ב"ר מרדכי חשין הי"ו.
- ב"ר יוסף מרדכי בר"מ כהנא הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️