בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח כסלו תשפ"ה12/29/2024

באריכט
זונטאג פרשת ויגש ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל מבצר הכוללים קרית יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר''ר איתמר מייזליש שליט"א.
- ב"ר אהרן צבי וועבער הי"ו.
- ב"ר אברהם צבי משה הורוויץ הי"ו.
- ב"ר יקותיאל דרעזנער הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"ג שפיטצער הי"ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"ל פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"נ ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ומעמד 'הרחיבי' בהיכל הכולל קומה ג', דער רבי איז קודם ארויף צום נייעם צוגעבויעטן פליגל אויפן גאלערי צו קענען אקאמאדירן די ריבוי הלומדים בליעה''ר, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און קובע געווען א מזוזה.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז יעצט אין די ימי החנוכה ווען מען איז מוסף והולך איז די פאסיגע צייט צו פארברייטערן די כח התורה פונעם 'בנין מבצר הכוללים דקרית יואל' וואס דאס איז דער שענסטער בנין אין שטאט, וואס פון דא קומען ארויס מורי הוראה, מלמדים, און בעלי בתים חשובים, און מאריך געווען בשבח הכולל, און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס מען דארף האבן פאר די הנהלת הכולל סיי די הנהלה גשמי וואס שאפן די גרויסע געלטער פאר די הוצאת הכולל, און וואס לויט ווי עס קוקט יעצט אויס וועט מען בקרוב דארפן צובויען נאך א שטאק צום בנין פאר די פילע לומדים, און סיי די הנהלה רוחני וואס מאכן זיכער אז יעדע אינגערמאן איז מסודר מיט די לימודים און שטייגט כ"א לפי ערכו וכו', און מסיים געווען ברוב ברכות.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די הנהלת הכולל, די בר מצוה בחורים, און די בעלי ברית. מען האט געענדיגט ארום 1:30 און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 448