בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ו כסלו תשפ"ה12/27/2024

באריכט
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 8:15 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.

ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און ממשיך געווען בדרך אגדה אז אזוי ווי מען זעט ביי ברכת כהנים אז די כהנים בענטשן כלל ישראל און יעדער ווערט געבענטשט מיט א ברכה פרטית וואס ער דארף האבן, אזוי איז די נר חנוכה אויך משפיע א ברכה פרטית פאר יעדעם איינעם, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון הונדערטער אנ"ש וועלכע האבן אויסגענוצט די טעג ווען אסאך אידן האבן נישט געארבעט און געזיצן און ביהמ"ד און געלערנט, און מחזק געווען און מעורר געווען צו טוהן די זעלבע די קומענדיגע וואך ווען עס איז אויך דא טעג וואס מען ארבייט נישט און מסיים געווען ברוב ברכות.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

פרייטאג ערש''ק מקץ ב' דחנוכה

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית אין בית מדרשינו 'לב אהרן' לבן הנולד אצל ר' מאיר טאמבור הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט תלמידי כתות ז' ח' ט' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר לוי יצחק טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר יואל דרוממער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.
- פתיחה: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א.
- כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק שליט"א.
- לוי: הר"ר אברהם יצחק מאשקאוויטש שליט"א.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א.
- גלילה: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 566