ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז די עבודה פון די צדיקים איז נישט צו באשאפן עשירות נאר צו נעמען די עשירות און געלט וואס ליגט אויף פרעמדע פלעצער ביי די אומה"ע און עס משפיע זיין פאר כלל ישראל, און דאס איז געווען דער נס חנוכה ווי די כהנים האבן געמאכט אז די אויל פון אנדערע פלעצער זאל אנקומען אינעם מנורה און אזוי איז געווען גענוג פאר אכט טעג, און דאס איז די סיבה פארוואס מען ליינט ברכת כהנים אום חנוכה וואס איז משפיע שפע פאר כלל ישראל, דער רבי האט נאכגעזאגט אז 'להדליק נר חנוכה' איז בגי' 'הזן את הכל' און אנגעוואונטשן גרויס שפע וברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
