אוֹדְךָ בְּקָהָל רָב בְּעַם עָצוּם אֲהַלְלֶךָּ – חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו:
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם 80'טע יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה מוצש''ק כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן העכער 70 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם 80'טע יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה מוצש''ק כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן העכער 70 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.
לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג, און א הערליכע זמירות למוצש''ק ולחנוכה מיט ליקוט דברי תורה פון כ''ק רבינו שליט''א.
אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די צענטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ח לפ"ק.
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב יעקב דאסקאל הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' מענדי הערשקאוויטש הי''ו.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון פמ''מ ר' יואל דאסקאל שליט"א מנה"ר ישיבת ביאלא בארה"ק ת"ו ומראשי חבורות בישיבתינו הק' בבני ברק יע"א, וועלכע האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט דעם געהויבענעם מעמד און אויפגעטרעטן מיט זיין גלענצענדע לשון לימודים לכבוד היום.
ארום 9:55 האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בגדולת היום און איבער די הערליכע פירות וואס קומען ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג.
ארום 8:45 איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג קיין וומסב''ג צום מעמד ההודאה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איידערן מעמד ההודאה איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין משפחת הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום גיגאנטישער בנין ההודאה ווי דער רבי איז צום ערשט אריין אין א זייטיגן צימער ווי עס זענען אריין צו רבינו שליט"א הויכראנגיגע פאליטישע באאמטע, צווישן אנדערע דער הויכגעשעצטער מעיאר פון ניו יארק סיטי 'עריק עדעמס' און קאנגרעסמאן פון מאנסי 'מייק לאולער' און נאך פילע אנדערע, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן שטיין צו הילף פאר קהלתינו ומוסדותינו הק'.
ארום 10:35 האבן רבוא רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין 'חסדי השם' על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן לכבוד היום.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ אויף ניגוני הודאה חסדי ה', בך בטחו, אשרי העם, והיא שעמדה, און נאך.
במשך דעם מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און זיך באדאנקט פאר די גרויסע נדיבים בעם און פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה, און ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו אויפגערופן דעם איש מפורסם בנש"ק הרב אהרן דוד טווערסקי שליט"א וועלכע האט אסאך ארויסגעהאלפן די מוסדות אויפן לעגאלן פראנט אין די פארגאנגענע אכט יאר. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער רוח החיים ויו"ר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און אפעלירט צום עולם מען זאל ארויסהעלפן די הנהלה טראגן די עול פון די גרויסע הוצאות אין אזעלכע שווערע זמנים, און דערנאך אויפגערופן הרב משה סילק הי"ו זאל אויפטרעטן און אראפגעבן די השתלשלות הדברים פון די לעגאלע קאסטן פון די מוסדות אין די פארלאפענע יארן.
ארום 12:00 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
צום ערשט האט דער רבי ארומגערעדט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן אויף דעם אליינס אז מען קען לויבן הקב"ה, ובפרט אז מען זעט יעדעס יאר מער די הצלה ווי די פארגאנגענע יאר וויבאלד די הרחבת גבולי הקדושה פון די כוחות הקדושה פון רביה"ק בעל הנס זיע''א שפרייט זיך אויס מער און מער, סיי מיט בויען בנינים און סיי בעניני צניעות וקדושה, דערביי האט רבי דערמאנט דעם נייעם איינפיר פון בית רחל אין קרית יואל מיט די ספעציעלע מלבושי צניעות מיט וואס די תלמידות גייען אנגעטוהן, און מבשר געווען א בשורה טובה אז אויפן קומענדיגן יאר וועט עס בעז"ה איינגעפירט ווערן אויך אין וומסב''ג, און ממשיך געווען בשבח מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און געבעטן דעם גאנצען ציבור זיך ווארעם משתתף זיין מיט שיינע סכומים.
דער רבי האט דערמאנט לשבח חבורת תורתך שעשועי וועלכע גרייט זיך שוין צום סיום הש''ס דעם זומער הבעל"ט און מעורר געווען אנ"ש זיך אנצושליסן יעצט ביי די לעצטע מסכת פון ש"ס און מסיים זיין ש"ס אינאיינעם מיט פילע אנ"ש און דערנאך אנהייבן פון אנהייב להגדיל תורה ולהאדירה און אזוי אויך מחזק געווען חבורת יסודי התורה און די אנדערע חבורת פון קהלתינו הק', און דערנאך ארומרעדענדיג איבער די מלחמה לה' בעמלק פון רביה"ק בעל הנס זיע''א בטומאת הציונית און מען דארף דאס ממשיך זיין און חלילה נישט צו האבן א קשר מיט די מדינה אדער צו נעמען געלט פון די מדינה הטמאה, און מען דארף זען מחזק זיין אלע מוסדות עטה"ק און אלע חשובע מנהלים אז זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין.
באזונדער האט דער רבי דערמאנט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און אויסגערופן צו די רבנים און עסקנים וועלכע ארבעטן צו באקעמפן די גזירה חזקו ואמצו! און שארף ארויסגעטרעטן אנטקעגן די וועלכע ווילן ח"ו מאכן פשרות עד כדי כך אז זיי ווילן מפקיר זיין פופציג פראצענט בחורים חס ושלום, און עס ליגט אויף אונז א פליכט צו מתפלל אז די גזירה זאל וואס שנעלער בטל ווערן, אזוי אויך איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק מען דארף אסאך מתפלל זיין אז מען זאל קענען ווייטער מחנך זיין די תשב"ר ע"ד המסורה לנו מדור דור.
דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען איבער די נושא פון כשרות המזוזות וואס ליידער ווערן פארקויפט אסאך פסול'ע מזוזות, און שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס האט עס אליינס געשריבן, און מעורר געווען צו געבן בודק זיין די מזוזות פון שטוב פאר אן ערליכן סופר זיכער צו מאכן אז עס איז כשר לכתחילה, און דערנאך מעודד געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיט ספרי חסידות ובפרט מיט ספה"ק קדושת לוי.
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט איבער די נייע תקנה וואס מען האט מתקן געווען בנוגע די דירות אין קרית יואל אראפצוברענגען די פרייז פון א דירה פאר נישט מער ווי $300 א סקווער פיס אין קר"י, און $250 א סקווער פיס אין קרית יואל המורחבת, און אויפגעפאדערט אנ"ש פון וומסב''ג און ארום וועלכע זוכן צו קויפן א דירה אין קר"י זאלן נישט צאלן אפילו איין דאלער מער און זיך נישט איינרעדן אז מען כאפט א מציאה וויבאלד עס איז סאך ביליגער ווי אין שטאט, והחכם עיניו בראשו.
צום סוף ארויסגעברענגט די פולע קרבנות וואס סאשעל מידיע האט שוין אפגעקאסט ה"י און מעורר געווען אלע אנ"ש זיך אפצושיידן דערפון, און באזונדער ארויסגעברענגט אז מען זאל אויסניצן די גוי'אישע חגאות אויף לימוד התורה ברבים אבות ובנים, און מסיים געווען בברכות קדשו לכל העם הנאספים די זכות פון רביה"ק זיע''א זאל מגין זיין אויפן גאנצן ציבור און מען זאל געהאלפן ווערן מיט כל מילי דמיטב.
נאך די דב''ק ארום 12:40 האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, און נאכן בענטשן געזאגט שבע ברכות פאר די חתנים מאנ"ש, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן למען הצלחת המעמד, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
