בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ב שבט תשפ"א2/4/2021

באריכט
כי עתה הרחיב ה' לנו

נייער בנין אויף קאונטי רוט 105 -דער ביז יעצטיגע טשיילד קעיר צענטער הארט נעבן ק"י ,(וועלעכע איז מיט א צייט צוריק אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת הקרי ק"י) בשטומ"צ באנייט געווארן דעם פארגאנגענעם מאנטאג בשלח, דורך פרי סקול אפטיילונג פון מוסד הק' "שערי חמלה" ברענגט שטארקן הרחבת הדעת אויך אין אנדערע אפטיילונגען פונעם "הייליגן מוסד"

פראגאנגענעם ה' ויחי האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אפגעשטאט א לענגערע באזוך אינעם נייעם בנין פונעם מוסד הק' וואס איז קרוב ללבו הטהור, און האט זיך מוסר נפש געווען מיום הווסדה ועמד לימין אביו הגדול רביה"ק זי"ע צו פארזיכערן די קיום און הצלחה פונעם מוסד הק', די רבי האט א לענגערע צייט ארומשפאצירט אינעם בנין און באגלייטונג פון די געטרייע חברי הנהלה, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים, און ווארעם אנגעווינטשן ברכות קדשו פאר די הנהלה ועסקנים, וואס האט שטארק מחזק געווען אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.

אנדערש ווי אנדערע בנינים ווי מען וואונטשט אז עס זאל שנעל אויסוואקסן, איז דער האפענונג אז עס זאל זיין 'די לעצטע מאל' וואס די מוסד הק' ווערט פארגרעסערט!, און מען זאל קענען טון די מערסטע פאר די הצלחה פון די קינדערלעך מיט הרחבת הדעת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
👁 240