בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday16 Kislev 578512/17/2024

Report
מאנטאג פרשת וישב - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברב"ש וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל בר"ש איידליס הי"ו.
- ב"ר יודא לייב לאנדא הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

נאך מנחה ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
ביים קבלת פנים האט זיך אויך מפאר געווען דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.
מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק, עלטער פעטער פון די כלה.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, פעטער פונעם חתן.
- עדי קידושין: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א.
- עדי יחוד: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.

ארום 8:00 איז דער רבי איז אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.

ארום 8:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
ביי די סעודת החתונה האט זיך אויך מפאר געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס און דערנאך עקסטער דער רבי מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ. ברכה אחריתא: הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.

בדחנא דמלכא ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א עקסטערע פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

דערנאך האט מען אויסגערופן צו מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, דעם אבי החתן און אבי הכלה. דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.

דערנאך האט האברך ר' חיים מענדל אקער הי"ו געזאגט דברי בדחנות און דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה און מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️