בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Kislev 578512/16/2024

Report
שב''ק פרשת וישלח - שבת של שמחת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר יואל גרובער שליט"א.

ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב דוד דוב שליט"א און געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה.

ארום 4:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, לקראת דעם דינער השנתי פון מוסדות קרית יואל וואס איז פארגעקומען מוצש"ק.
קבלת שבת: נכד רבינו הר"ר חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג.
- מנוחה ושמחה: הרה"צ האדמו''ר מלייפניק ב"ב שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שבת עלי לתורה, קה אכסוף: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י"ט כסלו. קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג) .

עליות.
- כהן: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א.
- לוי: החתן הערשל בן הר"ר יואל גרובער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה כנהוג.
- רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
- חמישי: החתן משה יודא ב"ר יואל פישל פריעד הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' וואלף ברא"י בערגער הי"ו.
- ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
- ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו.

- שביעי: החתן שמעון יודא ב"ר משה טאמבור הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו - באווארפען.
- החתן אשר לעמיל ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
- החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו.
- אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן).
- גלילה: הרה''ג ר' יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.

מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען לכבוד די שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און געטייטשט אז ווען מען האט חתונה איז עס משפיע סיי ברוחניות און סיי בגשמיות אלע השפעות טובות. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

מיטאג טיש איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- ברוך קל עליון: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר מעשה אדער בתר מחשבה.

ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה:הר"ר יואל בר"ע הירש שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ג ר' שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און געטייטשט אז מען האנדעלט ערליך און מען איז שלם בגופו איז מען מצליח בלימוד התורה ויראת שמים, ווייל ביידע ענינים בין אדם למקום און בין אדם לחבירו גייען צוזאמען, מען קען נישט איינס אן דעם צווייטן, בפרט זאל מען זעהן נזהר צו זיין נישט צורירן חלילה צו יענעם'ס א פרוטה.


- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️