בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' כסלו תשפ"ה12/11/2024

באריכט
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן :
- לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ראובן אוריאל מאוואס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט"א.
- ב"ר משה יעקב וועלץ הי"ו.
- ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברש"ז פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו - הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק דקרית יואל האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הת"ת שע"י מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שרגא פויגעל הי"ו - הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️