זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה דוד שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' דוד ברנ"ה וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' וואלף פאלאטשעק הי"ו.
- ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
- ב"ר משה אברהם צוויבל הי"ו.
- ב"ר יושע יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל מענדל פנחס באב"ד הי"ו.
- ב"ר משה הירש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר העניך פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה קלמן פעלדמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יוסף יודא גוטמאן הי"ו - הרה"ח ר' יעקב וועבערמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער דעם קשר פון הגה''ק העצי חיים זיע''א מיט זקינו הגה"ק בעל לקט עני מקאסוב זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה''ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד אלעסק לינדן - הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט"א.
נאכן תנאים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
