בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' כסלו תשפ"ה12/3/2024

באריכט
דינסטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' ליפא ברמ"א ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק זאב גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ב"ר בנציון ווייס הי"ו.
- ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

דאן איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק צו קענען אקאמאדירן די ריבוי התלמידים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מזוזה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א און פאר די תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' סנדר גאלדבערגער הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אויסטריק אין וומסב''ג לע"נ אביו הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א רב דחסידי גור בארה"ב, אינאיינעם מיט הגאון ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א ראש ישיבת גור בארה"ב בשליחות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין לאנדאן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ביהמ"ד ברך משה וומסב''ג אין שפיץ פון רבני הביהמ"ד: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה''כ וומסב''ג, און הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, ווי זיי האבן אריבערגעברענגט 350 חתימות פון אנ"ש מתפללי הביהמ"ד מיט קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע ותפילה, לזכות ס'זאל נתרבה ווערן שידוכים, דער רבי האט אויסגעשמועסט די פרטים פונעם קאמפיין און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די קבלות טובות און מאציל געווען ברכות לרוב. מ'זאל איבערגעבן פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 629